Sunday, October 26, 2014

שמעון דובנאָוו, ״פון ״זשאַרגאָן״ צו ײדיש: און אַנדערע אַרטיקלען, ליטעראַרישע זכרונות״, ווילנער פאַרלאַג פון ב. קלעצקין, ווילנע, 1929


       עס איז גוט באַקאַנט, אַז דער געזעלשאַפטלעכער מעמד פון יידיש איז געווען גאׇר אַ נידעריקער אין די אויגן פון דעם גרעסטן טייל משכילים ביז די 1880ער און דערנאׇך ביז דעם דורכפאַל פון דער רעוואׇלוציע פונעם פינפט יאׇר (1905) אויך ביי דער מערהייט יידישער אינטעליגענץ. ס'רוב, שיער ניט אַלע משכילים האׇבן געהאַלטן די שפּראַך פאַר אַ מין מיאוס פאַרדאׇרבענעם דייטש. די אינטעליגענץ האׇט עס גערופן סיי אויף רוסיש סיי אויף יידיש – זשאַרגאׇן און וואׇס פאַר אַ ווייניקער נעגאַטיווע (און אפילו אַ פּאׇזיטיווע ווי ביי שלום־עליכמען אין די 1888ער) קאַנאׇטאַציע עס זאׇל ניט געהאַט באַקומען ביי דעם, צי יענעם פּאַרשוין איז אׇט די באַצייכענונג – זשאַרגאׇן – געווען אין גרונט אַן אויסדרוק פון טיפן ביטול און פאַראַכטונג.

       קוקנדיק פונדערווייטנס, מיט אַ קאַפּיטשקע אויסגעניכטערטן קוק, קאׇן מען אפשר דורכפירן אַ גאַנץ קלאׇרע אַנאַלאׇגיע צווישן די באַגריפן "זשאַרגאׇן" און "דיאַלעקט". אַ דיאַלעקט איז פריער פאַר אַלץ – די לעבעדיקע רעגיאׇנאַלע (אׇדער אַ געאׇגראַפיש באַדינגט און באַגרענעצט) לשון. עס מעג האׇבן אַ מין ליטעראַטור, זיכער – פאׇלקלאׇר (וועלכער איז פריער פאַר אַלץ אַ בעל־פּהאיקע דערשיינונג), אׇבער עס פאַרמאׇגט ניט די געזעלשאַפטלעכע אׇנערקענונג. זיכער ניט ווי אַן פולקאׇם באַזונדערע שפּראַך. און ניט זעלטן ליידט עס אויך פון ווייניקער חשיבות אין די אויגן פון אַ טייל פון זיינע אייגענע טרעגער און באַניצער.
מענדעלע מיט זיינע קינדסקינדער



       ביז מענדעלע האׇט יאַקאׇס אַריינגעזאׇגט שלום־עליכמען אויפצוהערן צו רופן יידיש – "זשאַרגאׇן" האׇט שלום־עליכם כידוע גערעדט וועגן "זשאַרגאַנישער ליטעראַטור", "זשאַרגאׇנישע שרייבער", אפילו – "זשאַרגאׇן-אויסלייגן" (היינו: דער יידישער אויסלייג / אׇרטאׇגראַפיע). י. ל. פּרץ האׇט אין זיין יידישער ביכורים־פּובליקאַציע אין שלום־עליכמס "די יודישע פאׇלקס-ביבליאׇטהעק" (1888) – אין זיין פאׇעמע "מאׇניש" – זיך באַקלאׇגט אויף דער כלומרשטער ניט־צוגעפּאַסטקייט פון "יידיש", גלייך צוגעבנדיק אויך פון "זשאַרגאׇן", פאַר ראַפינירטער לירישער, אׇדער געהויבענער ראׇמאַנטישער פּאׇעזיע. אׇבער אין די ווייטערדיקע עדיציעס און אויסרעדאַגירטע נוסחאות פון דער פּאׇעמע איז די דאׇזיקע שטעלע שוין נעלם געוואׇרן.

פון לינקס: שלום־עליכם, י. ל. פּרץ און יעקב דינעזאׇן



       לויט ווי עס איז גוט באַקאַנט יעדן בר בי רב, האׇט מען אין אַ קורצער צייט אַרום, אפשר שוין אׇנהייב 1920ער, גראׇד די דריי גרויסע מחברים – מענדעלע, שלום־עליכם און י. ל. פּרץ  גענומען באַטיטלען מיטן געהויבענעם עפּיטעט "קלאַסיקער" פון דער נייער יידישער ליטעראַטור. ניט בלויז אַדאַנק זיי, אׇבערדאַך אין אַ גאׇר גרויסער מאׇס דווקא אַדאַנק זייערע שאַפונגען אין יידיש איז דער משטיינס־געזאׇגט "זשאַרגאׇן" – אַ יידיש לשון וואׇס האׇט יענע יאׇרן פאַרמאׇגט די גרעסטע צאׇל ריידער און באַניצער ווי וועלכע־ניט־איז אַנדערע יידישע שפּראַך אין דער געשיכטע – מגולגל געוואׇרן אין אַ לשון מיט אַן אייגענעם נאׇמען – "יידיש". עס האׇט אויך צוגעוואונען אַ ריי מיטצייטלער זייערע און אַ טייל יינגערער פאׇרשטייער פון דער יידישער אינטעליגענץ צו אׇנערקענען דעם געזעלשאַפטלעכן, קולטורעלן און אפילו נאַציאׇנאַלן חשיבות פון דער יידישער "פאׇלקסשפּראַך". ס'איז ניט סתם אַזוי אַן ענין פון בייטן דעם נאׇמען, צי די באַצייכענונג פון אַ שפּראַך, ס'איז בפירוש אַ סאׇציאַל־קולטורעלער גילגול.



       איינער פון די אׇנגעזעענסטע און וויכטיקסטע צווישן די "געוואונענע"  נייע פּאַטריאׇטן פון יידיש איז געווען דער גרויסער יידישער היסטאׇריקער קולטור און ליטעראַטור־קריטיקעראון געזעלשאַפטלעכער דענקער – שמעון דובנאׇוו. זייענדיק אַ ראַפינירטער היסטאׇריקער האׇט ער אפשר מער ווי פיל אַנדערע באַוואוסטזיניק אׇבסערווירט און אַנאַליזירט די היסטאׇרישע אַנטוויקלונגען בכלל און בפרט פונעם יידישן פאׇלק (דאַכט זיך, לויט זיין טערמינאׇלאׇגיע: "וועלטפאׇלק"), וועלכע זענען פאׇרלאׇפן אים פאַר די אויגן און וואׇס אין אַ טייל פון זיי האׇט ער אׇנגענומען אַן אַקטיווע געזעלשאַפטלעכע טעטיקייט. דעריבער טאׇר מען בשום אופן ניט פאַרזען די וויכטיקייט פון זיינע זכרונות און באַטראַכטונגען וועגן און אַרום יידיש.

שמעון דובנאׇוו



       אין 1929 אין דעם באַרימטן ווילנער פאַרלאַג פון ב. קלעצקין איז אַרויס די ספּעציעל צונויפגעקליבענע זאַמלונג פון דובנאׇווס שריפטן. דאׇס בוך פון אַן ערך 11 דרוק־בויגנס (177 זייטן), הייסט טאַקע "פון זשאַרגאׇן צו יידיש" (לפּחות אויף איינעם פון די עקזעמפּלאַרן, זעט דאׇס בילדל אונטן, שטייט אויף דעם טאׇוול גראׇד: "פון זשאַרגאׇן ביז יידיש"). דער נאׇמען פון דער זאַמלונג איז אַ טיף סימבאׇלישע, ווייל דער מחבר פון אׇט זי מאַטעריאַלן איז אַן עדות און אַ מיטשאַפער פון דער גוואַלדיקער קולטור געזעלשאַפטלעכער איבערקערעניש אין דער געשיכטע פון דער יידישער שפּראַך פונעם אשכנזישן יידנטום – דער פּועל־יוצא פון אַ היסטאׇרישן פּראׇצעס אַדאַנק וועלכן די יידישע "פאׇלקסשפּראַך" – אׇדער כלומרשט "דיאַלעקט", צי נאׇך ערגער "זשאַרגאׇן" – האׇט זיך אַרויפגעאַרבעט און פאַרדינט דעם געהויבענעם מעמד פון אַ לשון בפני עצמו.

לינק צום בוך


נאׇטאַ בענע:
טשיקאַווע, אַז איינער פון די וואׇס האׇבן איינגעפירט די באַצייכענונג Yiddish אויף ענגליש איז געווען דער ליטעראַטור־פאׇרשער לעאׇ ווינער. ער איז אפשר ניט דער ערשטער צו נוצן דאׇס וואׇרט אויף ענגליש אין דרוק, אׇבער ער איז, זעט אויס, דער ערשטער מחבר פון אַ באַזונדער בוך וואׇס האׇט דאׇס וואׇרט אין זיין טיטל. זיין בוך, "די געשיכטע פון דער יידישער ליטעראַטור אינעם ניינצנטן יאׇרהונדערט" (The history of Yiddish literature in the nineteenth century) איז אַרויס אין 1899. ס'איז אַ שטאַרק אינטערעסאַנטע און ביזן היינטיקן טאׇג אַ וויכטיקע שטודיע (אפילו די געוויסע, שוין פאַרעלטערטע השגות דאׇרטן זענען ביז גאׇר אינטערעסאַנט). דאׇרטן רעדנדיק אַרום די "יידיש־דייטשישע" שפּראַך גופא באַמערקט ער גלייך אַז אפּנים קיין שום אַנדער לשון האׇט ניט זוכהגעווען צו אַזוי פיל פאַראַכטונג ווי דאׇס לשון פון די אשכנזישע יידן.

Saturday, October 25, 2014

דאׇס יידישע קאַמער־טעאַטער, פּעטראׇגראַד 1919

דער שערבלאט פון דער בראשור 


       די היסטאׇרישע בראׇשור, "דאׇס יידישע קאַמער־טעאַטער" איז פאַרעפנטלעכט געוואׇרן מיט אַ ריי קורצע אַרטיקלען פון לעוו לעווידאׇוו (דער פאׇרזיצער פון דער יידישער טעאַטער־ געזעלשאַפט), אַלעקסיי גראַנאׇווסקי (דער דירעקטאׇר און קינסטלערישער אׇנפירער פון דעם דאַן ערשט געשאַפענעם יידישן טעאַטער), מרדכי ריוועסמאַן (דער ליטעראַרישער רעזשיסער) און שלמה מיכאׇעלס (שוין דעמלט דער פירנדיקער הויפּט־אַקטיאׇר פונעם טעאַטער). 


       זי איז דערשינען לכבוד די סאַמע ערשטע עפנטלעכע אויפטריטן פון דעם יידישן מעלוכהשן קאַמער־טעאַטער אין פּעטראׇגראַד אין יאׇר 1919.

       שפּעטער איז דער קאַמער־טעאַטער אַריבערגעפאׇרן קיין מאׇסקווע ווערנדיק אַ פולקאׇמער מאׇסקווער יידישער מלוכהשער טעאַטער.  
     
 די אפישע מיט די פרטים פון די סאמע ערשטע אויפטריטן פון דעם יידישן קאמער-טעאטער

די בראׇשור איז אַרויס אויף רוסיש און אויף יידיש.י       
איר יידישן נוסח קאׇן מען איצט לייענען אׇן־ליין       


פאלקסטימלעך געגראמטע זכרונות פון דעם אמאליקן לעבנסשטייגער אין ווישעווע (מארמאראש) י

דאׇס איז אַן אויסערגעוויינטלעך באַטעמט ווערק  זכרונות פין מיין אלטער היים פון מרים גאׇרדאׇן  (פון דער היים: ראׇזענבערג). י

די זכרונות שטעלן מיט זיך פאׇר אַ פאׇלקסטימלעכע באַשרייבונג פונעם אַמאׇליקן יידישן לעבנסשטייגער אין פאַרמלחמהדיקן שטעטל ווישוי (אויך:" אויבער ווישעווע" אין מאַרמאׇראׇש) י
 Vişeu de Sus :אויף רומעניש
 Felsővisó:אויף אונגאַריש
Oberwischau :אויף דייטש


  ס'איז אׇנגעשריבן אין אַ הערלעך געגראַמטן סטיל אין א גוט־מוטיקן כמו־בדחנישן נוסח אין אַ טיף מאַרמאׇראׇש־קאַרפּאַטישן יידיש צו־מאׇל מיט דיאַלעקטאַלן און צו־מאׇל אַ קאַפּיטשקע דייטשמערישן אויסלייג. צווישן אַ סך אַנדערע פאׇלקס־אוצרות און פּערל פון פאׇלקסטימלעכן שטייגער און שעפערישקייט געפינט מען דאׇ אויך שטיקלעך מוסטערן פון אַמאׇליקן בדחנות אויף יידישע חתונות שמחות און אַ פיין געזעמל פון פּורים־שפּילן און פּורים־לידלעך.י