Wednesday, December 31, 2014

מיכל גאָרדאָנס לידער זאַמלונג פון 1889

שוין פון לאַנג קומט אויס שווער אָנצוקומען צו די אייגנטלעכע טעקסטן פון לידער און שירים געשאַפענע פון דעם אַמאָל שטאַרק באַליבטן יידישן "פאָלקספּאָעט" – מיכל גאָרדאָן (1890-1823). זיינע לידער האָט ער, צום ערשטן מאָל אין אַ באַזונדער ביכל, אָפּגעדרוקט אַנאָנימערהייט,היינו ניט אָנגעבנדיק דעם מחברס נאָמען. אין 1869 אין זשיטאָמיר. שפּעטער אין דער גרויסער איינזאַמלונג פון זיינע לידער האָט ער דערקלערט אין איינעם פון די שפעטערע שירים: מיינע לידער זענען אויף דער וועלט, / אַרויס אַזוי ווי קאָנטרעבאַנד, / מיין נאָמען איז אויף זיי ניט געשטעלט, / כ'האָב מורא געהאַט פאַרן חסידס האַנט.י

די פּאָרטרעטן פון יידישע און העברעאישע שריפשטעלער און פאָעטן

אין דעם צווייטן באַנד פון מרדכי ספּעקטאָר'ס "הויז פריינד" (וואַרשע, 1889)י


אַצינד קאָן מען דעם גאַנצן טעקסט פון זיין בוך לידער, שירי מ. גאָרדאָן – יודישע ליעדער פון מיכל גאָרדאָן, וואַרשע 1889, ארויסבאַקומען אָט־אָ־דאָ־אָ:. (עס פאַרדריסט אוודאי וואָס דאָס איכות פון דעם פּי־די־עף איז ניט אַזאַ פיינס און לאָמיר האָפן אַז בקרוב וועט זיך איינגעבן צו באַקומען און אַרויסשטעלן דאָס ביכל אין אַ בעסערער קוואַליטעט.) י



   אַ גאַנץ פיינע קריטישע אָפּהאַנדלונג וועגן מיכל גאָרדאָנס לעבן און שאַפן האָט מחבר געווען און 
אָפּגעדרוקט אין די ייוואָ בלעטער דער דערציער און פאָרשער יצחק כאַרלאַש פון דרום אַפריקע. און עס איז ממש כדאי מיט דער דאָזיקער אַרבעט זיך צו באַקענען.  מע מעג זי, אגב, אַרויסבאַקומען און איבערלייענען. 

   אַ טייל לידער זיינען געוואָרן ברייט פאַרשפּרייט ביים פאָלק, ווערנדיק למעשה "פאָלקסלידער". אפשר די סאַמע באַקאַנטע צווישן זיי זענען "די באָרד" און "די משקה". וועגן דעם ערשטן ליד איז פאַראַן אַן אויסגעצייכנטע שטודיע פון דער אומפאַרגעסלעכער פאָרשערין און קענערן פון יידישער פּאָעזיע און פאָלקלאָר – חנה מלאָטעק ע"ה. עס הייסט: "אַ גילגול פון מיכל גאָרדאָנס 'די באָרד'".

   די, וואָס ק
אָנען לייענען העברעאיש, מעגן זיך באַקענען מיט דער אויסערגעוויינלעך צעצווייגטער און פּרטימדיקער אויספאָרשונג פון מיכל גאָרדאָנס ליד "די משקה" סיי אינעם יידישן אָריגינאַל סיי אין דער איבערזעצונג אויף עבריתּ ביי פּראָפ' דוד אסף אין זיין שטאַרק געלונגענעם און אינטערעסאַנטן בלאָג זשורנאַל "עונג שבת".

   וועגן מיכל גאָרדאָנס אַנדערע לידער, וואָס דאָס פאָלק פלעג זיי שט
אָרק ליב געקראָגן און זיי ווייטער פאָלקלאָריזירן, פאַרוואנדלענדיק זיי אַזוי־אַרום אין "עכטע" פאָלקסלידער, איז כדאי אַריינצוקוקן אין דעם בפירוש אויסגעצייכנטן בלאָג, "דאָס יידישע ליד פון דער וואָך", וועלכער עס איז געשאַפן געוואָרן ווערט אָנגעפירט פון דעם באַקאַנטן פאָרשער פון יידישן פאָלקלאָר, פאָלקסליטעראַטור און עטנאָמוזיקאָלאָגיע – ד"ר איציק גאָטעסמאַן.


 די ראַמען פון אונדזער "אַהיים"־פּראָיעקט האָט זיך אונדז מיט מזל איינגעגעבן צו פאַרשרייבן צוויי וואַריאַנטן פון דעם באַקאַנטן ליד "דאָס חסידל", וואָס איז געבויט אויף מיכל גאָרדאָנס אָריגינעל ליד "מיין תשובה" (אויך איציק גאָטעסמאַן רעדט אַרום דאָס ליד). איינס האָבן מיר אַרויסבאַקומען פון אַדאָלף שמאַיאָוויטש אין בודאַפּעשט (אַ געבוירענעם אין גרויס־קאָפּאַניע) און נאָך איינס פון מלכה סנוק ע"ה אין כוסט (אַ געבוירענער אין קאָלאָטשעוו) ביידע, הייסט עס אָפּשטאַמיקע פון די קאַרפּאַטן היפּשלעך ווייט פון מיכל גאָרדאָנס היימישער ליטע. 

Wednesday, December 17, 2014

אַן ערשט כמעט מאָדערן ביכל "פאַרפאַסט" אויף יידיש פון אַ פרוי



בערטאַ פּאַפּענהיים פּאָזירט ווי גליקל
    אין די אַמאָליקע אַלטע צייטן, אין דער תקופה פון דער אַלט־יידישער און דער עלטערער יידישער ליטעראַטור פאַרן סוף 18טן יאָרהונדערט, געפינט מען אַ ריי פרויען וועלכע האָבן אינספּירירט אָדער באַשטעלט גאַנצע כתב־ידן מיט לעקטור פון פאַרשידענע ווערק פאַר דער "פּאַטראָנעסע" (אַ וואַזשנע שטיקל ביבלאָגראַפיע איבער דעם געפינט זיך שוין אין מאַקס עריקס די געשיכטע פון דער יידישער ליטעראַטור פון די עלטסטע צייטן פון 1928), געווען אויך אַזעלכע וואָס זיי האָבן בייגעטראָגן צום העברעאישן און יידישן דרוקוועזן (אַ וויכטיק הגם שוין אַביסל פאַרעלטערט בוך וועגן דעם איז א. מ. האַבערמאַנס בוך נשים עבריות בתור מדפיסות, מסדרות, מוציאות לאור ותומכות במחברים פון 1933), און אפילו אַ ריי מחברטעס פון פאַרשידענע מיני ווערק (זע למשל דעם אָפּטייל פאַר דער אַלט־יידישער פּאָעזיע אין עזרא קאָרמאַנס אַנטאָלאָגיע יידישע דיכטערינס פון 1928; און די נעמען רבקה טיקטינער און גליקל האמיל זענען אוודאי ברייט באַקאַנט).




    ווען אָבער געפינט מען אָבער די פרויען־פּיאָנערן אין דער יידישער ליטעראַטור – אויף יידיש ממש – אין דער נייער, בעסער געזאָגט: דער שוין כמעט נייסטער תקופה אין מזרח־ אייראָפּע? היינו אינעם 19טן יאָרהונדערט?  קיין  גענויע ענטפערס פאַרמאָג איך ניט, אָבער עס זעט אויס אַז שיער ניט די סאַמע ערשטע געווען מלכה בערלאַנט ("געבאהרנע", היינו: געבאָרענע – לעווענשטערן). זי איז די מחברין פון דעם טשיקאַוון ביכל דיא גליקליכע מוטטער אדער איינע געניטע (ערפֿאהרענע) לערערין פֿיר מוטטער. עס איז אַרויס אין ווילנע 1836 און שוין אויפן שערבלאַט געפינען זיך צוויי יידישע ווערטער, וואָס ווערן באַגלייט (אין די קלאַמערן) מיט זייערע דייטשע עקוויואַלענטן: "געניטע (ערפֿאהרענע)" און "טראָגען (שוואנגערשאפֿט)". 


   געווען איז זי אַן "אפראבירטע אקושירקא [פֿון] דער ווילנישען אקאדעמיע". זי און איר ווערק ווערן דירמאָנט אין אברהם יערי'ס וויכטיקער דערגאַנצונג צו האַבערמאַנס אָקערשט דערמאָנטן בוך, וועכע גייט אַריין ווי אַ באַזונדער קאַפּיטל "נשים במלאכת הקודש" (די פרויען אין דרוקוועזן), אין זיין בוך מחקרי ספר, פרקים בתולדות הספר העברי, 1958. ביים סאַמע אָנהייב פאַררופט זי זיך אויף איר דערפאַרונג אין דער "אַקושעריע", אָבער מער ווי דאָס, וואָס זי איז געווען אַן אַפּראָבירטע אַקושערקע דורך דער ווילנער (מעדיצינישער?) אַקאַדעמיע, ווייסט מען ניט.

   דאָס לשון פון אָט־דעם ביכל, וואָס האַלט 60 זייטן, איז אַ טשיקאַווער (נאָר פאַר יענער תקופה זיכער ניט קיין זעלטענערגעמיש פון דייטשמעריש (היינו דייטשע פאָרמען, ווערטער און פראַזן) מיט אַ גאַנץ פיינעם ליטווישן יידיש פון יענע יאָרן. ס'איז אין דעם פּרט שטאַרק ענלעך אויף משה מאַרקוזע'ס באַרימט בוך פון 1790, ספר רפואות הנקרא עזר ישראל, וואָס איז געווען געבויט אויף זיים אייגענער פּראַקטיק און אין דער זעלבער צייט אַ מין באַאַרבעטונג פון אַ דייטשישן נוסח פון אַן ענלעך ווערק פון פּאָפּולערער מעדיצין אָנגעשריבן פון אַ שוויצאַרישן דאָקטער. ווער ווייסט, אפשר איז אויך אין דעם פאַל געווען עפּעס אַן ענלעכער מוסטער־טעקסט אויף דייטש?

   לויט דער שוין דערמאָנטער אַנטאָלאָגיע יידישע דיכטערנס קומט אויס, אַז די פריסטע געדרוקטע נייע יידישע פּאָעטעסע מעגלעך געווען ראָזאַ גאָלדשטייןאַ געבוירענע אַרום 1870, איז זי געווען אפּנים די ערשטע זיך צו דרוקן אין די ליטעראַרישע ביילאַגעס פונעם פּעטערבורגער "יידישן פאָלקסבלאַט" (= יודישעס פֿאָלקס־בלאַט, 1881–1890) נאָך אין 1888.




ווייטער גייט דאַכט זיך, אַננאַ ראַפּפּאָרט (אַזוי אין קאָרמאַנס אַנטאָלאָגיע). זי איז געבוירן געוואָרן אין 1876 און גענומען פאַרעפנטלעכן אירע לידער (אונטערן פּען־נאָמען "אַננאַ זיף") ערשט אין 1893 אין דער ניו־יאָרקער "ארבייטער צייטונג".




   די צוויי עלטסטע לויט זייער "לעבנסטאַזש" האָבן זיך אַביסינקעלע פאַרזעסן, ביידע געבוירענע אין 1869 האָבן זיי אָנגעהויבן זיך צו דרוקן שוין היפּשלעך שפּעטער: זעלדע קניזשניק אין 1900 און יהודית (= רחל בערנשטיין) אפילו נאָך שפּעטער העט אין 1907.




   עס איז אָבער געווען אַן עלטערע שרייבערין אויף יידיש, וואָס מיר ווייסן גאָרניט ווען זי איז געבוירן געוואָרן (אויך ניט ווען זי האָט זיך געפעלט). געהייסן האָט זי העני – און לויט דער היינטיקער שרייבונג: העני העלפמאַן און געדרוקט האָט זי זיך צום ערשטן מאָל נאָך אין אלכסנד צעדערבוימס באַרימטן קול מבשר אין יאָר 1864.




   שוין אין זלמן רייזענס לעקסיקאָן איז דאָ מער־ווייניקער אַלץ, וואָס איז אונדז באַקאַנט וועגן איר. אָט איז זי, יענע קורצע ביאָ־ביבליאָגראַפיע פון העני (העניע?) העלפמאַן – דער אמתער פּיאָנערין פון דער נייער יידישער ליטעראַטור:                


 

   לויט ווי סע שטייט בפירוש ביי רייזענען האָט העניע העלפמאַן "אויך פאַרפאַסט אייניקע מעשה־ביכלעך" און עס קאָן זיין אַז זי האָט אפשר געהאַט עפּעס נאָך פאַרפאַסט צי אפילו גרייט געהאַט עפּעס נאָך אַריינצוגעבן אין דרוק אַריין. צו אונדז איז אָבער דערגאַנגען נאָר איינס ביכל אירס און הייסן הייסט עס: דיא פערפירטע יוגענד: אדער, דיא בלינדע עלטערין: איין ערצאהלונג פון דער געגענווערטיגער, אויך פון פערגאנגענער צייט. עס איז אַרויס 1886 אין אָדעס און אין 1893 אין וואַרשע. אַצינד אַדאַנק דעם גאָט־געבענטשטן "גוגל בוקס" קאָן מען דאָס דאָזיקע ביכל אַרויסבאַקומען אויפן אינטערנעט.




אָנהייב ביכל קומט אַ קורצע הקדמה  פון אַ משכיל, אַ זקן־ורגיל, דעם באַקאַנטן יידישן שריפטשטעלער (אויף ביידע שפּראַכן, פאַרשטייט זיך) – אברהם־בער גאָטלאָבער. עס איז אָנגעשריבן אויף אן עכט משכיליאַניש דייטשמערישער שפּראַכע און עס איז גאַנץ טשיקאַווע, וואָס דאָס דאָזיקע "ווערקכען" האָט זיך אַזוי שטאַרק גענייטיקט אין אַזאַ מין הסכמה. היינטיקע צייטן לויט אונדזערע פאָרגעשריטענע השגות, וואָס שייך גלייכהייט צווישן פרויען און מענער, וואָלט מען אָט אַזעטקענע מין קורצינקע הקדמהלע געמעגט באַצייכענען ווי אַ מאַנצביליש־פּאַטראָניזירנדיק גוטהייסן פאַר – ווי עס זעט אויס צו זיין – דער ערשטער שרייבערין אויף דער יידישער ליטעראַרישער גאַס.





און צום סוף נאָך אַ בילדל – היות ווי אַ בילד־זכר פון אונדזער העלדין, מרת העניע העלפמאַן, וועט איר אַ מכה געפינען, טאָ נאַט אייך אַ פּאָרטרעט פון איר מליץ־יושר, ר' אברהם־בער ב"ר חיים גאָטלאָבער ע"ה, מער־ווייניקער אַזוי ווי עס איז אָפּגעדרוקט געוואָרן מיט אַ ריי אַנדערע מענער־גדולים, מחברים און פּאָעטן אין דער חשובער העברעאישער צייטשריפט האסיף אין 1886:



    סיי די דיפּלאָמירטע אַקושערקע (הייבאַם) פון די 1830ער אין ווילנע, סיי די מחברטע פון די 1860ער און שפּעטער אין בערדיטשעוו לייגן פאָר עצות פאַר יידישע פרויען (און לפּחות צום־טייל פאַר די צוקונפטיקע יידישע עלטערן בכלל). מערניט מלכה בערלאַנט גיט פּראָפעסיאָנעלע און מעדיציניש אויספּרובירטע אָנווייזונגען מיט פּראַקטישע עצות וויאַזוי מען זאָל פאַרזיכערן שוואַנגערשאַפט און מצליח זיין ביים האָבן קינדער, בשעת ווען העני העלפמאַן דרוקט אָפּ אַ ביכל (וועלעכס צו־מאָל רופט זי אָן אַ "בראָשורעל" און אַנדערשטמאָל "מיין ערצעהלונג") כדי צו וואָרענען די עלטערן – סיי די מאַמעס און סיי טאַטעס זיי זאָלן זיין אָפּגעהיט און איבערקלייבעריש בנוגע דער דערציאונג פון זייערע קינדער בעת דעם קינדס "פאָרמאטיווע" יאָרן, היינו ביזן עלטער פון 12 יאָר. 

   ס'איז נאָך אלץ היפּש ווייטלעך פון דעם אַז די פרויען שרייבער זאָלן אַרויסווייזן דא שעפערישקייט מחוץ דעם טראַדיציאָנעל "ווייבערישן" תחום. אָבער שוין אין דעם יינגערן דור וואָס פאָלגט גלייך נאָך העניע העלפמאַן הייבן זיך אָן צו באַווייזן די ערשטע יידישע פרויען פּאָעטן און די יידישע ליטעראַרישע שעפעריקשייט ווערט אַזוי אַרום  אַ פולקאָם מאָדערנע ליטעראַטור.