Wednesday, October 14, 2015

משיחס צייטן" – א"


די ערשטע זייט פונעם ערשטן נומער פון קול מבשר
ס'איז, קען מען זאָגן, משיחס צייטן. גאָטס פרייטיק אויף דער וועלט. ווער עס וויל זיך טיפער לערנען אָדער נעמען זיך פאָרשן יידיש קאָן אַ היפּשן־ביסל אַרבעט אָפּטאָן גאָרניט פאַרלאָזנדיק די שטוב, אויב ער האָט נאָר ביי זיך אַ קאָמפּיוטער מיט פולן צוטריט צום אינטערנעט. היינט­־צו־טאָג איז דאָס אַ גוואַלדיק געווינס. בפרט אַז די אַמאָליקע גרויסע קענער פון יידיש זענען שיער ניט אחד בעיר ושניים במדינה. ס'הייסט קענער האָט מען – ניט צו פאַרזינדיקן – אַ גאַנצע מחנה קיין עין־הרע. אלא וואָדען? עס האַלט צו־מאָל אַביסינקעלע שמאָל מיט דער קענטשאַפט גופא. און טאַקע דערפאַר כדי צו דערמעגלעכן און פאַרשפּרייטן קענטשאַפט און וואויל־קענעוודיקייט זענען די אוצרות וואָס ווערן וואָסאַמאָל מער צוגענגלעך דורכן וועלט־ווייטן־וועב – אַ גוואַלדיקע און בפירוש אַ וועלט־איבערקערנדיקע דערשיינונג. אַ ברייטע, ליכטיקע וועלט פון אינפאָרמאַציע, דאָקומענטן, רעסורסן און ועל־כולם דיגיטאַליזירטע ביכער, צייטשריפטן, בראָשורן, באזונדערע ארטיקלען. סיי די מער וויכטיקע און אָנגעלייגטע, סיי די זעלטענע און בפרט די גאָר זעלטענע וואָס זייער גרויסע ווערט וועט ערשט אנטדעקט ווערן ווען זיי ווערן אריינגענומען אין דעם ברייטערן אַקאַדעמישן, אינטעלעקטועלן און קולטור־געזעלשאַפטלעכן אינטערעס. אצינד לאָמיר בלויז כאַפּן ניט מער ווי אַ בליק אויף דעם כסדר וואַקסנדיקן אוצר פון דיגיטאַליזירטע יידישע צייטשריפטן. איז גיט נאָר אַ קוק סאַראַ בראַווע נייע וועלט עס צעעפנט זיך פאַרן לייענער, סטודענט און סתם פאָרשער פון אַ גאַנץ יאָר וואָס פאַראינטערסירט זיך ערנסט און פאַרנעמט זיך טאַקע בפועל ממש מיט יידיש, מיט דער שפּראַך, ליטעראַטור, טעאַטער, קולטור־געשיכטע... און וואָס ניט?                                                                                                                     י


גיט א קוועטש
איר ווילט יידישע פּרעסע אָדער וויכטיקע צייטשריפטן פונעם 20סטן און אַפילו דעם 19טן יאָרהונדערט? טאָ נאַט אייך דעם אָדערסער קול מבשר (1862 - 1873) – זעט דעם אַריינגאַנג און די באַשרייבונג אויף העברעאיש אָדער אויף ענגליש, צי איר שפּעטערן גילגול, דעם פּעטערבורגער – דער פריינד (1913-1903; זעט דאָ אָדער דאָרט). – ס'הייסט דער בפירוש פּיאָנערישער קול מבשר  וואו מענדעלע, גאָלדפאַדן, ליפשיץ, לינעצקי און פיל אַנדערע האָבן אָנגעהויבן איבערצושמעלצן דעם "דייטש־יודישען זשאַרגאָן" אויף עכטן פאָלקסרייכן און קולטורעל באַקרעפטיקטן יידיש. בשעת ווען יאָרצענדליקער שפּעטער האָבן שלום־עליכם, ספּעקטאָר, דובנאָוו און פיל אַנדערע ווייטער געפירט די אַרבעט פון די "זיידעס, פאָטערס און פעטערס" און ווייטער אַנטוויקלען און דערהויבן די ליטעראַרישע, קולטורעלע און שעפערישע האָריזאָנטן און מעגלעכקייטן פון מאַמע־לשון. 

ווילט איר אפשר אַ בלעטער טאָן, בעסער נאָך: בפירוש אַ לייען טאָן די צוויי וויכטיקסטע וואַרשעווער טאָג־צייטונגען – דעם היינט (1908 - 1939) אָדער דעם מאָמענט (1910 - 1939) – אדרבא ואדרבא. און וויזוי, פרעגט זיך אַ פראַגע – קאָן אַ פאָרשער פון דער יידישער ליטעראַטור און קולטור זיך באַגיין אָן די וואַרשעווער ליטעראַרישע בלעטער (1924 - 1939), אָן דער ווידער אַ מאָל וואַרשעווער טעאַטער־וועלט (1908 - 1909). שוין אָפּגערעדט פון די פריער שוין דערמאָנטע מעכטיק אויפטוערישע בויער און שאַפער אונדזערע: שלום־עליכם מיט זיין קיעווער יידישער פאָלקסביבליאָטעק (1889 - 1888) און מרדכי ספּעקטאָרס וואַרשעווער דער הויז־פריינד (1889 און שפּעטער).

טעאטער וועלט
פאַר די "פיינשמעקערס" וואָס קאָנען זיך בלי שום אופן ניט באַגיין אָן דער פאָרשערישער ליטעראַטור אויף יידיש – און איר מעגט עס גלייבן ס'איז בפירוש כדאי זיך צו באַקענען מיט יענע פּובליקאַציעס – האָט מען שוין אַ גאַנץ פיינע ביבליאָטעק מיט לינגוויסטישע, ווי אויך פילאָלאָגישע און היסטאָרישע צייטשריפטן, יאָרביכער א.ד.ג. שיער ניט אַלע בענד פון ייוואָ־בלעטער מיט כמעט אַלע נומערן פונעם ייוואָ'ס לינגוויסטישן זשורנאַל יידישע שפּראַך קען מען ליינען אויפן וועב, אָדער אַראָפּנעמען גאַנצערהייט ביי זיך אויפן אייגענעם קאָמפּיוטער אינדערהיים, צי זיצנדיק אין א געמיטלעכן קאפע טאַקע אויף אייער זשוואַוון שלעפּטאָפּ. אפילו דעם קיעווער זשורנאַל די יידישע שפּראַך (אמת דערווייל נאָר פון די ערשטע צוויי יאָר פון זיין עקזיסטענץ: 1928-1927) קען מען לייענען אויפן אינטערנעט און הלוואי וואָלט מען אויך געקאָנט אויפהיטן קאָפּיעס דערפון ביי זיך אויף להבא.


אפּנים דער סאַמע לעצטער נומער פון די ליטעראַרישע בלעטער
פאַרשטייט זיך, אַז ווייט ווייט ניט אַלץ קאָן מען שוין געפינען אויף דעם וועלט־געוועב דיגיטאַליזירטערהייט און אַ פאָרשער וועט מסתמא קיינמאָל ניט קענען אינגאַנצן זיך באַפרייען פון דער נויטווענדיקייט צו גיין אויסזוכן, אַרומנישטערן, און קאָנטראָלירן פאַרשידענע פּרטים, פּובליקאַציעס, מאַטעריאַלן און אפילו גאַנצע ווערק אין ביבליאָגראַפיעס למיניהן און קאַטאַלאָגן פון ביבליאָטעקן און אַרכיוון. אָבער אין דער זעלביקער צייט מוז מען אויך זיין באַהאַוונט אין די בפירושע רעסורסן און אוצרות וועלכע דער אינטערנעט דערמעגלעכט דעם פאָרשער מקיים צו זיין דעם ענגלישן וואַריאַנט פון אונדזער "עניי עירך קודמים", היינו Charity begins at home, מערניט "טשאַריטי" באַדאַרף מען דאָ פאַרבייטן אויף "זוכעניש", אָדער למעשה אויף "פאָרשונג". אין די קומענדיקע אַרטיקלען וועט מען, מירצעשעם, אַרומרעדן וויפיל פאָרשערישע  (= צווייטיקע) און אפילו ערשטיקע ליטעראַרישע מקורים קאָן מען געפינען אין תחום פון דער אַלט־יידישער ליטעראַטור, אָדער דער ליטעראַטור פונעם 19טן יאָרהונדערט וואָס אין איר שטעקט און וואָרצלט דער לכאורה "אומגעריכטער" אויפקום פון דער מאָדערנער יידישער קולטור און ליטעראַטור אויפן ראַנד צווישן דעם 19טן און 20סטן יאָרהונדערט.



דער וואונדערלעכער
אינדעקס צו דער יידישער פּעריאָדיק
אויף היינט, היות ווי מ'האָט אָנגעהויבן דאָ טאַקע מיט דער יידישער פּעריאָדיק, וועט מען פאַרענדיקן מיט אַ פּשוטן ביישפּיל ווי־אַזוי דער אינטערנעט דערמעגלעכט גיך און קלאָר אויסצוגעפינען אינפאָרמאַציע, וועלכע מען האָט פריער באַדאַרפט גיין אויסזוכן אין געוויסע ביבליאָטעקן אָדער אין געהעריקע געדרוקטע (ניט דעגיטאַליזירטע, פאַרשטייט זיך) קאַטאַלאָגן, ביבליאָגראַפיעס און ביבליאָגראַפישע רשימות. דאָ איז דאָס אָרט טאַקע צו דערמאָנען דעם אויסערגעוויינטלעך וויכטיקן פּראָיעקט פון פּראָפ' אברהם נאָווערשטערן און מרת וועראַ סאָלאָמאָן ביים העברעאישן אוניווערסיטעט אין ירושלים, אַ פּראָיעקט וואו עס האָבן געאַרבעט און מיטגעאַרבעט ניט ווייניק פאָרשער און גראַדואיר־סטודענטן, צויישן זיי: באָריס סאַנדלער, ד"ר משה לעמסטער, אליעסר ניבאָרסקי, נוגה רובין און פיל אַנדערע. דער פּראָיעקט הייסט: אינדעקס צו דער יידישער פּעריאָדיק. עס ווערן דאָרט סיסטעמאַטיש פאַרשריבן מיט אַלע געהעריקע ביבליאָגראַפישע פּרטים און פּיטשעווקעס די פאַרשידנסטע פּובליקאַציעס פון יידישע שרייבער, זשורנאַליסטן, קיטיקער, פאָרשער א.ד.ג. אין די יידישע צייטשריפטן זינט דעם פריער דערמאָנטן אָדעסער קול מבשר – ס'הייסט זינט 1862. און איצט טאַקע צום ביישפּיל גופא.

אין 1963 האָט קאַדיע מאָלאָדאָווסקי פאַרעפנטלעכט אינעם צענטן נומער פון איר זשורנאַל סביבה (נומ.10, זז. 2-7) אַן אינטערעסאַנטן עסיי, מיטן נאָמען: "אָפּגעשלאָגן פון ביידע ברעגן (וועגן אידן וואָס שרייבן אויף פרעמדע שפּראַכן)" אין וועלכן די מחברטע "רעכנט זיך אָפּ" מיט יידן שרייבער, וואָס שאַפן, אָדער האָבן געשאַפן אויף ניט־יידישע לשונות. דער עסיי באַהאַנדלט אין אַן אַנדער קאָנטעקסט די פאָרשערין אַליסאָן שעכטער אין איר אינטערעסאַנטן בוך איבער דידיאַספּאָרישע מאָדערניזמען אין יידיש און העברעאיש (זז. 182-181 און 185; אגב, דאָרט ווערט די דאַטירונג, 1963, אָנגעגעבן טעותדיק ווי 1966). אָפּשטעלדיק זיך אין איר עסיי אויף דעם פּוילישן דיכטער יוליאַן טואווים, זאָגט מאָלאָדאָווסקי: "איך געדענק ניט אַז זיינס אַ ליד זאָל זיין אַפילו איבערזעצט אין אַ אידישער צייטשריפט." (ז. 4) דער קאָנטעקסט איז גאַנץ קלאָר – טואווים (קאַדיע מאָלאָדאָווסקי שרייבט דווקא מעשה־לשון־קודשדיק: טובים) איז דאָ אַ מין מוסטער פון אַ שרייבער וועלכער איז בפירוש "אָפּגעשלאָגן פון ביידע ברעגן", היינו, לויט דער מחברטעס באַהויפּטונג – ניט איז ער אַזוי טיף פּויליש ווי אדם מיצקעוויטש און ניט איז ער אַ יידישער שרייבער (אפילו אָן "אַ יידישן אָדער" ווי אַשטייגער היינריך היינע. –  און דאָס טראָץ דעם באַרימטן עסיי־אויסגעשריי פון יוליאַן טואווים, "מיר, פּוילישע יידן", אין 1944, אין העברעאישער און יידישער איבערזעצונג: דאָ).


אַז איינער זאָגט "איך געדענק ניט" קען מען עס פאַרשטיין ניט נאָר ווי אַ פּאָלעמיש (אָדער קריטיש) אַנגאַזשירטע דעקלאַרירונג פון אַמנעזיע, צי פון ניט וועלן זיך צו דערמאָנען אין עפּעס וואָס האָט ניט איבערגעלאָזט קיין אמתן שפּור אין יענעמס געדעכעניש. עס קאָן אויך באַדייטן, אַז דער מענטש געדענקט טאַקע פּשוטו־כמשמעו ניט. בפרט נאָך יענע צייטן... גיי זוך נאָך אויסצופּרובירן זיין זכרון אין די הונדערטער יידישע צייטשריפטן כדי געוואויר צו ווערן צי מע האָט טאַקע געדרוקט עפּעס פון דעם צי יענעם מחבר.

אָבער היינט־צו־טאָג איז עס גאָרניט אַזאַ שווערע מלאכה נאָכצוקאָנטראָלירן די יידישע צייטשריפטן. מע גייט אַריין אין דעם אויבן־דערמאָנטן אינדעקס פון דער יידישער פּעריאָדיק און מע זוכט דאָרט אויס (אונטער: "אַלע מינים אויטאָרן"): ''טוּווים'' (ניט חלילה ''טוווים'' אָדער ''טואווים'', ווייל מערסטנס מוז מען אין יענעם וואונדערלעכן אינדעקס אויסזוכן די נעמען גענוי לויט דער ייוואָ אויסלייג־סיסטעם). געפינט מען גלייך אויס אַז צווישן די יאָרן 1924 און 1954 זענען טואווימס ווערק אין יידישער איבעזעצונג געווען פאַרעפנטלעכט 21 מאָל אין פאַרשידענע צייטשריפטן אין ווילנע, וואַרשע, ניו־יאָרק (און אפילו אין איין פאַל אין: סיגעט). אפילו אין בוך־פאָרעם געפינט מען צוויי באַזונדערע פּאָזיציעס טאָמער זוכט מען "טוווים" אין archive.org און europeana.eu.


אַ שטיקל נאָטא בענע צום סוף, לית מאן דפּליג אַז קאַדיע מאָלאָדאָווסקי איז איינע פון די וויכטיקסטע און טאַקע פון די גרעסטע פּאָעטן אונדזערע. זי האָט אויך געשאַפן אַ ריי דערציילונגען און רעפּאָרטאַזשן (ביידע אַרויס אין אַ באַזונדערע ביכער אין 1957). אַז זי איז געווען דער אַרויסגעבער און רעדאַקטאָר פון אַ וויכטיקער צייטשריפט – סביבה – איז אויך ניט קיין גרויסער סוד. עס זעט אָבער אויס אַז זי איז געווען אַ ראַפינירטער עסייאישט און קריטיקער, צו־מאָל אפשר פּאָלעמיש פאַרשפּיצט – וואָס איז לאוו דווקא א חיסרון. דער עיזבון פון אירע קריטישע אַרטיקלען און עסייען זעט אויס צו זיין גאָר רייך און זי האָט זיי אָנגעהויבן צו דרוקן נאָך אינעם פאַרמלחמהדיקן פּוילן. אירע פּובליקאַציעס אין דער פּעריאָדיק לויטן אינדעקס (390 אין צאָל) שטייגן איבער אפילו די צאָל פאַררעגעסטרירטע פּובליקאַציעס פון יעקב גלאַטשטיין (309). גלאַטשטיינס בענד "אין תוך גענומען" (דער ערשטער איז אַרויס אין 1947) זענען גוט באַקאַנט און האָבן פאַרזיכערט זיין אָרט ווי שיער ניט דער וויכטיקסטער און ראַפינירסטער קריטיקער פון דער מאָדערנער יידישער ליטעראַטור, בפרט אין דער צווייטער העלפט פונעם 20סטן יאָרהונדערט. נאָך מער, שוין נאָך די "אין תוך גענומען" בענד האָט ער אין 1963 און 1967 אַרויסגעגעבן נאָך צוויי באַזונדערע זאַמלונגען פון זיינע עסייען און שוין נאָך זיין פטירה אין 1971 זענען אַרויס נאָך צוויי אין 1972 און 1978. אָבער אויף ווי־ווייט מיר איז באַוואוסט קיין שום בוך איינזאַמלונג פון קאַדיע מאָלאָדאָווסקיס, זאָל זיין כאָטש אויסגעקליבענע, עסייען און קריטישע אַרטיקלען איז קיינמאָל ניט דערשינען. הלוואי עס זאָל קומען אַן אויסלייזער, וואָס זאָל ברענגען אַ שטאַרק פאַרדינטן תיקון פאַר איר ראַפינירטער און אינטעלעקטועל רייצנדיקער עסייאיסטיק.



קאַדיע מאָלאָדאָווסקי לייענט פאָר איר באַרימט ליד "אל חנון"י



יעקב גלאַטשטיין לייענט זיין ברייט באַקאַנט ליד "אַ גוטע נאַכט, וועלט!"