Saturday, October 25, 2014

דאׇס יידישע קאַמער־טעאַטער, פּעטראׇגראַד 1919

דער שערבלאט פון דער בראשור 


       די היסטאׇרישע בראׇשור, "דאׇס יידישע קאַמער־טעאַטער" איז פאַרעפנטלעכט געוואׇרן מיט אַ ריי קורצע אַרטיקלען פון לעוו לעווידאׇוו (דער פאׇרזיצער פון דער יידישער טעאַטער־ געזעלשאַפט), אַלעקסיי גראַנאׇווסקי (דער דירעקטאׇר און קינסטלערישער אׇנפירער פון דעם דאַן ערשט געשאַפענעם יידישן טעאַטער), מרדכי ריוועסמאַן (דער ליטעראַרישער רעזשיסער) און שלמה מיכאׇעלס (שוין דעמלט דער פירנדיקער הויפּט־אַקטיאׇר פונעם טעאַטער). 


       זי איז דערשינען לכבוד די סאַמע ערשטע עפנטלעכע אויפטריטן פון דעם יידישן מעלוכהשן קאַמער־טעאַטער אין פּעטראׇגראַד אין יאׇר 1919.

       שפּעטער איז דער קאַמער־טעאַטער אַריבערגעפאׇרן קיין מאׇסקווע ווערנדיק אַ פולקאׇמער מאׇסקווער יידישער מלוכהשער טעאַטער.  
     
 די אפישע מיט די פרטים פון די סאמע ערשטע אויפטריטן פון דעם יידישן קאמער-טעאטער

די בראׇשור איז אַרויס אויף רוסיש און אויף יידיש.י       
איר יידישן נוסח קאׇן מען איצט לייענען אׇן־ליין       


No comments:

Post a Comment