Saturday, October 25, 2014

פאלקסטימלעך געגראמטע זכרונות פון דעם אמאליקן לעבנסשטייגער אין ווישעווע (מארמאראש) י

דאׇס איז אַן אויסערגעוויינטלעך באַטעמט ווערק  זכרונות פין מיין אלטער היים פון מרים גאׇרדאׇן  (פון דער היים: ראׇזענבערג). י

די זכרונות שטעלן מיט זיך פאׇר אַ פאׇלקסטימלעכע באַשרייבונג פונעם אַמאׇליקן יידישן לעבנסשטייגער אין פאַרמלחמהדיקן שטעטל ווישוי (אויך:" אויבער ווישעווע" אין מאַרמאׇראׇש) י
 Vişeu de Sus :אויף רומעניש
 Felsővisó:אויף אונגאַריש
Oberwischau :אויף דייטש


  ס'איז אׇנגעשריבן אין אַ הערלעך געגראַמטן סטיל אין א גוט־מוטיקן כמו־בדחנישן נוסח אין אַ טיף מאַרמאׇראׇש־קאַרפּאַטישן יידיש צו־מאׇל מיט דיאַלעקטאַלן און צו־מאׇל אַ קאַפּיטשקע דייטשמערישן אויסלייג. צווישן אַ סך אַנדערע פאׇלקס־אוצרות און פּערל פון פאׇלקסטימלעכן שטייגער און שעפערישקייט געפינט מען דאׇ אויך שטיקלעך מוסטערן פון אַמאׇליקן בדחנות אויף יידישע חתונות שמחות און אַ פיין געזעמל פון פּורים־שפּילן און פּורים־לידלעך.י

No comments:

Post a Comment